ברוכים-הבאים, צום װעבזײַטל פֿון דער צײַטשריפֿט, "דאָס בלעטעלע"!
דאָס בלעטעלע איז אַ קולטור-צײַטשריפֿט מיט אַ מאָדערנעם טעם. מיט די בלעטלעך װילן מיר אונטערשטיצן אַ לעבעדיק לשון. אונדזער הױפּט-ציל איז אַ װעלטלעך טאָגטעגלעך ייִדיש װאָס טראָגט אַרױס כּלל-ייִדיש פֿון די קלאַס-צימערן אין װעלט אַרײַן. דאָס הײסט, מיר װילן זײַן אַ טײל פֿונעם מאָדערנעם ייִדישן לשון און דערפֿאַר װעלן מיר שרײַבן װעגן הײַנטצײַטיקע ענינים, למשל װעגן נײַע פֿילמען, די לעצטע קאָמפּאַקטלעך, טעלעװיזאָר-שפּילן און אַזױ װײַטער.
ס'איז דאָ אַ צװײטער ציל. װײַל מיר האָבן אַלע טאַקע ליב ייִדיש און ניצן "דאָס בלעטעלע" װי אַן אופֿן צו פֿאַרנעמן זיך מיט דער שפּראַך האָפֿן מיר אַז אַנדערע ליבהאָבערס פֿון ייִדיש װעלן אַרױסקריכן פֿונעם פֿינצערניש מיט אײגענע פּובליקאַציעס.
אײן לשון איז קײן מאָל ניט גענוג!









